קיצור מסעות בנימין השלישיהקדמת מענדעלע מוכר⸗ספרים

הקדמת מענדעלע מוכר⸗ספרים

אמר מענדעלי מוכר ספרים, זאָגט מענדעלע מוכר⸗ספרים, געלוינט איז דער בורא, וואָס באַשטימט דעם גאַנג פון די גלגלים אין די הימל אויבן און דעם גאַנג פון זיינע אַלע באַשעפעניש אויף דער ערד אונטן. אַפילו אַ גרעזעלע קריכט נישט אַרויס פון דער ערד, ביזוואַנען אַ מלאך שלאָגט עס נישט און זאָגט: וואַקס! קריך אַרויס! מכל שכן אַ מענטש, ער האָט אַוודאי אַ מלאך, וואָס שלאָגט אים און זאָגט: גיי, גיי, קריך אַרויס! און מכל שכן נאָך מער די פיינע מענטשעלעך, שיינע יידעלעך. זיי האָבן דאָך בוודאי לכל⸗הפּחות אַ מאה כיתות מלאכים, וואָס שלאָגן איטלעכן פון זיי באַזונדער און זאָגן אַשטייגער אַזוי: כייקעלע, טייערע נשמה, גיי אַנטליי געלט, וויפל דו קענסט! גיי, גיי נעם אָן דאָרט ביי די דייטשן סחורה, וויפל דו ווילסט! שפּראָץ, וואַקס, כייקעלע, קריך אַרויס, שקאָץ איינער, פון דער בלאָטע! גיי, גיי, גיי גנבע שטילערהייט אַרויס די גאַנצע סחורה דיינע, פון דיין קלייט טאַקע, און ענטפער דערנאָך דעם עולם קוממיות!.. גיי, גיי, איציקל קאַלבויניק, זיי זיס מטריח זיין צו דיין פּריצל, מאַך עפּעס אַ מאַניפאָרגעלע, און רוים אים דאָרט איין אין אויער עפּעס אַ פּזמון אויף דעם, אויף יענעם און אויף וועמען דו ווילסט... אָדער די מלאכים זאָגן אַזוי: וואַקסט, שפּראָצט, קבצנים, אין דער שטאָט, ווי גראָז, ווי קראָפּעווע! גייט, גייט, יידישע קינדער, און שלעפּט זיך אַרום איבער די הייזער!.. גייט, באַלעבאַטים, איר זיצט דאָך אַ בלויז ליידיק און האָט נישט וואָס צו טאָן, גייט זשע, גייט, באַלעבאַטים, אין באָד אַריין!..

נאָר נישט דאָס אָבער בין איך אויסן. איך בין אויסן צו דערציילן דאָ אייך, רבותים, ווי איינער פון אונדזערע ברידער איז פאַרגאַנגען העט⸗ווייט אין די ווייטע מקומות און האָט דערמיט קונה⸗שם געווען.

אַלע ענגלישע און דייטשע גאַזעטן זענען פאַראַיאָרן פול געוועזן מיט דער וואונדערלעכער נסיעה, וואָס בנימין, אַ פּויליש יידל, האָט געמאַכט אין די ארצות המזרח ערגעץ. „סטייטש, סטייטש, — האָבן זיי זיך געחידושט, — אַ ייד, אַ פּוילישער ייד, אָן כלי⸗זין, אָן מאַשינעס, נאָר מיט אַ טאָרבע אויף די פּלייצעס און מיט אַ טלית⸗ און תפילין⸗זאַק אונטערן אָרעם, זאָל אָנשפּאַרן אין אַזעלכע ערטער, וואו גרויסע באַרימטע ענגלישע רייזנדע האָבן אַהין נישט געקענט צוקומען? נישט אַנדערש, אַז דאָס איז געשען נישט מיט קיין מענטשלעכן כוח עפּעס, נאָר מיט אַזאַ כוח, וועלכן דער שכל קאָן כלל נישט משיג זיין, דאָס הייסט, דער שכל איז פּונקט נישט אַזוי בכוח, אַזוי ווי דער דאָזיקער כוח איז נישט בשכל. נאָר בכל⸗האופנים, ווי די מעשה איז שוין דאָרט געווען, בנימינען האָט די וועלט צו דאַנקען פאַר די חידושים, גרויסע זאַכן, וואָס זענען דורך אים אַנטפּלעקט געוואָרן, און פון איצט אָן וועט די מפּה אָדער די לאַנדקאַרטע באַקומען גאָר אַן אַנדער פּנים. בנימין פאַרדינט מיט רעכט דעם מעדאַל, וואָס די געאָגראַפישע געזעלשאַפט אין לאָנדאָן האָט אים געגעבן”...

די יידישע גאַזעטן האָבן די ריזיקע רייד אויפגעכאַפּט מיט ביידע הענט און געהאַט דערמיט צו זינגען און צו זאָגן דעם גאַנצן פאַר⸗אַ⸗יאָרעדיקן זומער, אַזוי ווי איטלעכן, וואָס לייענט די דאָזיקע גאַזעטן, איז באַקאַנט. זיי האָבן אויסגערעכנט אַלע חכמים, וואָס זענען ביי יידן געווען פון אדם הראשון אָן ביז אַצינד, בכדי צו באַווייזן, וואָס פאַר אַ קלוג פאָלק יידן זענען. האָבן אויך אויסגעשטעלט אַ צעטל פון די נוסעים (רייזנדע) אין אַלע צייטן, פון בנימין דעם ערשטן, מיט אַ זיבן הונדערט יאָר צוריק, און בנימין דעם צווייטן מיט דער גאַנצער חברה נוסעים, וואָס וואַנדרעווען היינט ביי אונדז אַרום. און בכדי מפליג צו זיין די נסיעה פון אונדזער איצטיקן בנימין, האָבן זיי, ווי דער שטייגער איז פון יידן, דערווייל פון יענע בלאָטע געמאַכט און געזאָגט, אַז די גאַנצע כנופיא היינטיקע נוסעים זענען טאַקע נאָר פּראָסטע שלעפּערס, ווייסן נישט פון זייער חיות. די גאַנצע נסיעות זייערע, מישטיינס⸗געזאָגט, באַשטייט נאָר דערינען, אַרומצושלעפּן זיך ווי מקבלים איבער די הייזער, זיי האָבן אַלע אַ פּנים ווי מאַלפּעס אַקעגן איצטיקן בנימין, אַקעגן בנימין דעם דריטן, דעם עכטן אמתן נוסע. זיי האָבן אויף אים און אויף די ספרים, וואָס מען האָט געמאַכט פון זיין נסיעה, געזאָגט, ווי געוויינטלעך, דעם געוויסן פּסוק: „לא בא כבושם הזה”, דאָס טייטש: ס׳איז נאָך אַזעלכע בשמים, אַזעלכע שמעקנדיקע געווירץ ביי יידן קיינמאָל נישט געווען. געבענטשט און איינגעוויקלט מיט דימענטן זאָל ווערן דער דאָזיקער, — האָבן זיי אַלע פּה⸗אחד געזאָגט, — וועלכער עס וועט דעם טייערן אוצר פון בנימינס נסיעה, וואָס געפינט זיך אין אַלע פרעמדע לשונות, איבערטראָגן אויך אין לשון הקודש. נעכיי לאָזן יידן, נעבעך, אויך פאַרזוכן די פּאַטעקע, וואָס רינט פון יידישן בינשטאָק, און זאָל זיי דערפון ליכטיק ווערן אין די אויגן.

ואני מענדעלע, און איך מענדעלע, וואָס מיין כוונה איז תמיד נוצן צו ברענגען אונדזערע יידעלעך כפי מיין מעגלעכקייט, האָב איך מיך נישט געקענט איינהאַלטן און געזאָגט: איידער די יידישע מחברים, וואָס זייער מינדסטער פינגער איז גרעבער פון מיינע לענדן, איידער זיי וועלן זיך אויסשלאָפן אַרויסגעבן די ספרים פון בנימינס נסיעה אין לשון קודש, וועל איך דערווייל מיך פּרואוון כאָטש אַ קיצור פון זיי אַרויסגעבן אויף פּראָסט יידיש. איך האָב אָנגעגורט מיינע לענדן ווי אַ גיבור, און ווי אַלט און שלאַף איך בין, לא עליכם, האָב איך מיר פאָרט שטאַרקע מי געגעבן אַרויסצובאַקומען פונעם גרויסן אוצר אַזעלכע ענינים, וואָס טויגן פאַר די קינדער ישראל, און צו דערציילן זיי פריי, כפי מיין שטייגער. איך האָב עפּעס געפילט, ווי מען שלאָגט מיך פון אויבן מיט די ווערטער: הקיצה, מענדעלע, כאַפּ זיך אויף, מענדעלע, און קריך אַרויס פון אונטער אויוון! גיי נעם אָן פולע הויפנס געווירץ פון בנימינס אוצר און מאַך דערפון פּאָטראַוועס צו דיינע ברידער, אַזוי ווי זיי האָבן ליב. איך בין מיט גאָטס הילף אַרויסגעקראָכן און צוגעגרייט די געשמאַקע שפּייז, וואָס איך שטעל איצט דאָ פאַר אייך אַנידער. עסט, רבותים, לאָז אייך וואויל באַקומען! ובזכות דער נסיעה לאָמיר גיך אין אַלע זייטן זיך ווענדן און קערן, איטלעכער כפי זיין גאַנג און כפי זיין באַגערן, און ווען חלילה איינער באַגייט עפּעס אַ פעלער, לאָז ער זיך אויסדרייען גלאַט ווי אויף אַ טעלער, און בלייבן תמיד גוט און פרום אי גערעכט, אַזוי ווי עס ווינטשט אייך אייער געטרייער קנעכט הקטן מענדעלע מ״ס.