קיצור מסעות בנימין השלישידאָס ערשטע קאַפּיטל

דאָס ערשטע קאַפּיטל

ווער דער בנימין איז, פונוואַנען ער איז און ווי די נסיעה האָט פּלוצלים צו אים זיך גענומען

„כל ימי, — אַזוי זאָגט בנימין דער דריטער אַליין, כל ימי נתגדלתי בטונעיאַדעווקע, מיין גאַנץ לעבן, דאָס הייסט ביז מיין גרויסער נסיעה בין איך נתגדל געוואָרן אין טונעיאַדעווקע. דאָרט בין איך געבוירן געוואָרן, דאָרט בין איך דערצויגן געוואָרן, און דאָרט האָב איך למזל חתונה געהאַט עם אשתי, מיט מיין פּלוניתטע הצנועה מרת זעלדע תחיה”.

טונעיאַדעווקע, דאָס קליינע שטעטל, איז אַ פאַרוואַרפן ווינקל, אָן דער זייט פונעם פּאָטשטאָוון טראַקט, כמעט אָפּגעריסן פון דער וועלט, אַזוי, אַז ווען אַמאָל מאַכט זיך, איינער קומט אַהין צו פאָרן, עפנט מען די פענצטער, די טירן און מען קוקט פאַרוואונדערט אָן דעם פרישן פּאַרשוין. שכנים פרעגן איינער ביים אַנדערן, אַרויסקוקנדיק פון די אָפענע פענצטער, אַ סך מער ווי פיר קשיות: האַ, ווער זאָל עס אַזוינס זיין? פון וואַנען האָט ער פּלוצלים פון דער העלער הויט אַהער זיך גענומען? וואָס קען אַזעלכער באַדאַרפן? האָט ער עפּעס נישט אַ מיין? עפּעס אַזוי גלאַט קען עס ניט זיין, גלאַט אַזוי דען נעמט מען און מען קומט! מסתמא ליגט דאָך דאָ עפּעס, וואָס מען מוז עס דערגיין... דערביי וויל איטלעכער אַרויסווייזן זיין חכמה, זיין געניטשאַפט, און בויך⸗סברות פאַלן ווי מיסט. אַלטע לייט דערציילן מעשיות און ברענגען משלים פון אורחים, וואָס זענען אין דעם און אין דעם יאָר געקומען אַהער צו פאָרן. בעלי⸗המצאות זאָגן מכוח דעם ווערטלעך, אַביסל עפּעס נישט קיין שיינע, מאַנצביל האַלטן זיך ביי די בערדלעך און שמייכלען, אַלטע ווייבער זידלען אויף די בעלי⸗המצאות אויף קאַטאָוועס, מיט אַ בייזער אי מיט אַ לאַכן אינאיינעם, יונגע ווייבלעך דערלאַנגען פון די אַראָפּגעלאָזענע אויגן אַ געבויגענעם קוק פון אונטן אַרויף, האַלטן די האַנט אויפן מויל און שטיקן זיך, לאַכנדיק אין קולאַק. דער שמועס מכוח דעם דאָזיקן ענין קויקלט זיך פון שטוב צו שטוב, ווי אַ קויל פון שניי, און ווערט, קויקלענדיק זיך, אַלץ גרעסער, גרעסער, ביז ער קויקלט זיך אַריין אין בית מדרש סאַמע אונטערן אויוון, אין דעם אָרט, וואָס אַהין פאַרקויקלען זיך אַלע שמועסן פון אַלערליי ענינים, הן סודות פון שטוב⸗זאַכן, הן פּאָליטיקע מכוח סטאַמבול, מכוח דעם תוגר ומכוח קירהן, הן געלט⸗געשעפטן, מכוח ראָטשילדס פאַרמעגן אין פאַרגלייך מיט די גרויסע פּריצים און די אַנדערע געוויסע נגידים, והן פּאָטשטן מכוח די גזירות ומכוח די רויטע יידלעך וכדומה, און וואָס דאָרט ראַזביראַיעט זיי כסדר אַ באַזונדער קאָמיטעט פון שיינע באַטאָגטע יידן, וואָס זיצן שטענדיק אַ גאַנצן טאָג ביז שפּעט אין דער נאַכט, זענען מפקיר ווייב אי קינדער און גיבן זיך מיט די אַלע געשעפטן טאַקע אמת געטריי אָפּ, טוען זייער זאַך בשלמות, גלאַט אַזוי, לשם שמים, נישט צו נעמען פאַר זייער מי, פאַר זייער פּראַצע אַפילו אַ צעבראָכענעם העלער. פון דעם דאָזיקן קאָמיטעט גייען אָפט די ענינים אַוועק אין באָד אויף דער אייבערשטער באַנק, און אין אַ פּאָלנער סאָבראַניע פון שטאָט⸗באַלעבאַטים ווערן זיי דאָרט אוטוויערדעט, והכל שריר וקים, אַז דערנאָך זאָלן אַפילו קומען כל מלכי מזרח און מערב, זיך שטעלן מיט דעם קאָפּ אַראָפּ און מיט די פיס אַרויף, וועלן זיי גאָרנישט פּועלן. דער תוגר איז שיער איינמאָל נישט אומגליקלעך געוואָרן אין אַזאַ סאָבראַניע אויף דער אייבערשטער באַנק, ווען עטלעכע יוסטע באַלעבאַטים זאָלן נישט געווען האַלטן מיט אים בלאַט, ווער ווייסט, וואו ער וואָלט איצט אָנגעשפּאַרט. ראָטשילד, נעבעך, האָט שיער ניט פאַרלוירן דאָרט עפּעס אַ צען — פופצן מיליאָן. דערפאַר האָט אים גאָט געהאָלפן אין אַ פּאָר וואָכן אַרום. דער עולם איז געווען, ווי מען זאָגט, בגילופין, אויף דער אייבערשטער באַנק איז גראָד געווען אַביסל לעבלעך, די בעזעמלעך האָבן זיך געהויבן, און מען האָט אים מיטאַמאָל צוגעלאָזט ריין פאַרדינסט אַקעגן אַ ק״ן מיליאָן קערבלעך!

די איינוואוינער אַליין אין טונעיאַדעווקע זענען, נעבעך, כמעט אַלע, לא עליכם, גרויסע אביונים, שטאַרקע דלפנים. נאָר דעם אמת מוז מען זאָגן, זיי זענען פריילעכע אביונים, לוסטיקע קבצנים, ווילדע בעלי⸗בטחונס. אַז מען זאָל, אַשטייגער, פּלוצלים אַ פרעג געבן אַ טונעיאַדעווקער יידן: פונוואַנען און וויאַזוי ער איז זיך מפרנס? בלייבט ער תחילת שטיין ווי צעמישט, ווייסט, נעבעך, נישט וואָס צו ענטפערן. נאָר שפּעטער אַביסל אָבער קומט ער צו זיך און ענטפערט בתמימות:

— איך, ווי אַרום איך לעב, איך? עט, ס׳איז דאָ אַ גאָט, זאָג איך אייך אָט⸗אָ, וואָס פאַרלאָזט נישט אַלע זיינע באַשעפעניש. ער שיקט צו, און וועט מסתמא ווייטער צושיקן, זאָג איך אייך אָט⸗אָ.

— פאָרט וואָס טוט איר אַזוינס? האָט איר כאָטש עפּעס וואָס ס׳איז פאַר אַ מלאכה אָדער אַ פּרנסה אין דער האַנט?

— געלוינט איז השם⸗יתברך! איך האָב, ברוך השם, אַזוי ווי איר קוקט מיך אָן אָט⸗אָ, אַ מתנה פון זיין ליבן נאָמען, אַ כלי, אַ קול⸗נגינה און דאַוון מוספים ימים⸗נוראים אין דער סביבה. איך בין אַ מוהל און אַ מצה⸗רעדלער איינער אין דער וועלט. איך פיר אַמאָל אויס אַ שידוך פיר איך אויס, איך האָב אַ שטאָט, אַזוי ווי איר קוקט מיך אָן אָט⸗אָ, אין דער שול. היינט האַלט איך אויך, צווישן אונדז זאָל עס בלייבן, אַ שענקל, וואָס מעלקט זיך צוביסלעך, איך האָב אַ ציג, וואָס מעלקט זיך, אָן עין הרע, זייער גוט, און האָב נישט ווייט פונדאַנען אַ רייכן קרוב אָט⸗אָ, וואָס לאָזט זיך אונטער אַ שלעכטער צייט אויך אַביסל מעלקן. היינט חוץ די אַלע זאַכן, זאָג איך אייך אָט⸗אָ, איז גאָט אַ טאַטע און די ישראל זענען רחמנים⸗בני⸗רחמנים, זאָג איך אייך אָט⸗אָ, נישט צו פאַרזינדיקן!..

אויך מוז מען די טונעיאַדעווקער איינוואוינער דעם שבח נאָכזאָגן, אַז זיי זענען צופרידן, מיט וואָס גאָט גיט, און קלייבן חלילה אין דער הלבשה און אין דעם עסן שטאַרק נישט איבער. אַז די שבתדיקע קאַפּאָטע, אַשטייגער, איז צעהאַקט, צעפאַלן, צעריסן, אַביסל פאַרשלומפּערט און עפּעס נישט אַזוי ריין, מאַכט אויך ניט אויס, אַבי זי איז פאָרט פון אַטלעס און גלאַנצט. אַי ערטערווייז קוקט ווי פון אַ רעשעטע אַרויס דאָס הוילע לייב, מילא, וואָס אַרט עס וועמען, ווער וועט זיך דאָ אַזוי שטעלן צוקוקן? למאי פּיאַטעס, מיט וואָס איז דאָס ערגער פון אויסגעריסענע פּיאַטעס? פּיאַטעס איז דען נישט קיין לייב, קיין מענטשן⸗פלייש?.. אַ שטיקל ברויט מיט אַ קאָליש, אַבי ס׳איז גאָר דאָ, איז זייער אַ גוטער מיטיק. ווער שמועסט אַ בולקע מיט אַ ראָסלפלייש פרייטיק, ווער עס האָט נאָר, דאָס איז טאַקע אַ מאכל⸗מלכים, קיין בעסערס דערפון איז שוין, דאַכט זיך, אויף דער וועלט נישטאָ. לאָז מען זיי דערציילן, אַשטייגער, פון אַנדערע מיני פּאָטראַוועס, חוץ פיש⸗יויך, געבראָכנס און אַ מערן⸗ אָדער אַ פּאַסטערנאַק⸗צימעס, קומט זיי דאָס אויס עפּעס משונה⸗ווילד און זאָגן דערויף אויף פאַרשיידענע ווערטלעך מיט דעם גרעסטן געלעכטער, גלייך ווי דער, וואָס זאָגט עס, איז נאַריש, משוגע, און וויל זיי אויך מאַכן משוגע, איינרעדן זיי אַ קינד אין בויך, אַ קו איז געפלויגן איבערן דאַך און געלייגט אַן איי. אַ שטיקל באָקסער אין חמישה⸗עשר, דאָס איז אַזאַ פּרי, וואָס מחיה⸗נפשות. קוקנדיק דערויף, דערמאָנט מען זיך אין ארץ ישראל, נישט איין מאָל פאַרגלאָצט מען דערביי די אויגן מיט אַ קרעכץ: אַך, ותוליכנו קוממיות, זאָלסט אונדז, האַרצעדיקער פאָטער, פירן קוממיות, טאַקע וואָס קוממיות הייסט, לארצנו, צו אונדזער לאַנד, וואָס ציגן עסן דאָרט באָקסערן!.. על⸗פּי מקרא האָט איינער אַמאָל אין דעם שטעטל גראָד געבראַכט אַ טייטל, האָט איר באַדאַרפט זען, וויאַזוי מען איז דאָס געלאָפן אָנקוקן אויף חידושים. מען האָט אויפגעמישט אַ חומש און געוויזן, אַז תמר, דער טייטל, שטייט אין חומש! סטייטש, דער טייטל, אָט דער טייטל וואַקסט דאָך פון ארץ ישראל!.. קוקנדיק אויפן טייטל, האָט זיך אויסגעדאַכט, ארץ ישראל איז פאַר די אויגן. אָט גייט מען איבער דעם ירדן, אָט איז די מערת⸗המכפּלה, דער מוטער רחלס קבר, דאָס כותל מערבי, אָט באָדט מען זיך אין חמי טבריא. מען קריכט אַרויף אויפן הר⸗הזיתים, מען עסט זיך אָן מיט באָקסערן, מיט טייטלען, און מען לייגט אָן פולע קעשענעס מיט ארץ ישראל⸗ערד. אַך! האָט מען געקרעכצט, און אין די אויגן האָבן איטלעכן זיין געשטעלט טרערן.

„יענע צייט, — אַזוי זאָגט בנימין, — איז גאַנץ טונעיאַדעווקע, ווי גרויס זי איז, געווען אין ארץ ישראל. מען האָט געשמאַק גערעדט פון משיחן, אָט⸗אָט איז שוין גאָטס פרייטיק נאָך האַלבן טאָג. דער נייער פּריסטאַוו, וואָס איז נישט לאַנג אָנגעקומען, האָט גראָד ביד רמה דענסטמאָל געפירט דאָס שטעטל, ביי אַ פּאָר יידן האָט ער אַראָפּגעריסן די יאַרמעלקעס, איינעם אָפּגעשניטן אַ פּאה, עטלעכע נעבעך געכאַפּט שפּעט ביי דער נאַכט אין אַ געסל אָן פּאַספּאָרטן, ביי נאָך איינעם פאַרנומען אַ ציג, וואָס האָט אויפגעגעסן אַ נייעם שטרויענעם דאַך, און ער איז דערמיט אויך געווען די סיבה דערפון, וואָס דער קאָמיטעט אונטערן אויוון האָט זיך שטאַרק געדורעט מיט דעם תוגר. עד⸗מתי וועט דער שר של ישמעאל אַזוי שולט זיין? מען האָט אויפגעמישט דעם געוויינטלעכן שמועס מכוח די עשרת השבטים, ווי גליקלעך זיי לעבן דאָרט אין יענע ווייטע מקומות, אין גדולה, עושר און כבוד. מען האָט אַפירגענומען די רויטע יידלעך, די בני משה, מיט גוזמאות מעשיות פון זייערע גבורות וכדומה. אלדד הדני, עס פאַרשטייט זיך, האָט אויך געטאַנצט אינדערמיט. יענער צייט צומייסטן האָב איך צו פאַרדאַנקען די נסיעה מיינע, וואָס איך האָב דערנאָך געמאַכט.”

פריער איז בנימין געווען ווי אַ הינדעלע, וואָס ליגט אין איי, אָדער ווי אַ וואָרעם, וואָס ליגט אין כריין, ער האָט געמיינט, אַז אויף יענער זייט טונעיאַדעווקע עקט זיך די וועלט, קיין זיכער, קיין בעסער לעבן ווי דאָ איז גאָר נישטאָ.

„איך האָב געמיינט, — זאָגט בנימין ערגעץ אין איין אָרט, — אַז רייכער פון אונדזער אַרענדאַר באַדאַרף מען שוין נישט זיין. אַ קלייניקייט. עפּעס אַזאַ שטוב מיט באַלעבאַטישקייט: פיר פּאָר מעשענע לייכטער, אַ זעקס⸗רערנדיקער הענגלייכטער, אויבן מיט אַן אָדלער, צוויי קופּערנע פּאַרעווע טעפּ, מיט אַ פינף קופּערנע פענדלעך, אַ פּאָליצע צינערנע טעלער, און אַוודאי אַקעגן אַ טוץ טעמבעקאָווע לעפל, צוויי זילבערנע בעכערלעך, אַ הדסל, אַ חנכה⸗לעמפּל, אַ ציבעלע⸗זייגער אין צוויי קופּערטעס מיט אַ גראָב קייטל פון זאַמד⸗פּאַטשערקעס, צוויי קי מיטאַמאָל, און אַ טעלעצע אויף דער צייט, צוויי שבתדיקע קאַפּאָטעס וכדומה נאָך און נאָך אַזאַ גוטס. איך האָב געמיינט, אַ חכם איז טאַקע נאָר איין ר׳ אייזיק⸗דוד ר׳ אהרן יוסעלעס שרה זלאַטעס. אַ קאַטאָוועס! מען זאָגט, אַז ער האָט אַמאָל אין דער יוגנט געהאַט אַ ידיעה אין תשבורת. ער האָט געמעגט זיין מיניסטער, ווען דאָס שטיקעלע מזל זאָל אים נאָר דינען. ווער האָט נאָך, האָב איך געמיינט, אַזאַ הדרת פּנים, אַזאַ בנימותדיק שמועסל ווי אונדזער חייקל זאַאיקע, אָדער ווער איז אַזאַ מומחה, אַזאַ דאָקטער, וואָס מאַכט פון טויט לעבעדיק, ווי אונדזער רופא, וואָס ער האָט, כפי השמועה, די חכמת הדאָקטאָריע געלערנט ביי אַ ציגיינער פון די חרטומי מצרים”.

הכלל, דאָס לעבן אין זיין שטעטל האָט בנימינען זיך אויסגעוויזן זייער שיין, זייער גוט. ער האָט אַפילו געלעבט אין דחקות, ער מיט זיין ווייב און קינדער זענען געגאַנגען קרועה⸗בלואה. נאָר האָט דען אדם הראשון און זיין ווייב, בשעת זיי זענען געווען אין גן⸗עדן, פאַרשטאַנען זיך צו שעמען, וואָס זיי זענען נאַקעט און באָרוועס? די וואונדערלעכע מעשיות אָבער פון די „רויטע יידלעך” און די „עשרת השבטים” זענען אים אַריין טיף אין האַרץ, און פון יענער צייט אָן איז אים עפּעס ווי ענג געוואָרן אין זיין שטעטל. עס האָט אים עפּעס געצויגן אַלץ אַהין, אַהין דאָרט אין די ווייטע מקומות אַריין. דאָס האַרץ האָט אין אים זיך געצויגן, אַזוי ווי קליינע קינדער ציען זיך מיט די הענטלעך אַקעגן דער לבנה. דאַכט זיך אין פלוג, וואָס איז אַזוינס אַ טייטל, אַ פּריסטאַוו, אַ יאַרמעלקע, אַ פּאה, אַ ייד נעבעך, וואָס ווערט נלכד אין אַ געסל שפּעט ביי דער נאַכט, אַ ציג און אַ שטרויענער דאַך? נאָר דאָס אַלצדינג האָט אָנגעמאַכט אין אים אַ גרויסע פאַרענדערונג. עס האָט געפירט דערצו, אַז ער זאָל באַגליקן די וועלט מיט זיין באַרימטער נסיעה. אין דער וועלט זעט מען נישט איין מאָל, ווי פון קליינע סיבות קומען אַרויס גרויסע, זייער גרויסע זאַכן. דערפון, וואָס דער מוזשיק האָט געזייט ווייץ און קאָרן, וואָס דער מילנער האָט עס געמאָלן, וואָס דערפון איז אַ טייל אַריין אין דער גאָראלניע און געוואָרן בראָנפן, און אַ ביסל פונעם מעל איז אַריין אין גיטל דער שענקערנס הענט, וואָס זי האָט עס געראָשטשינעט, געקנאָטן, געקאַטשעט און געמאַכט קנישעס, מצורף לזה, וואָס די פעניציער האָבן מיט טויזנטער יאָר צוריק אַנטדעקט די המצאה, ווי מען מאַכט גלאָז, און דורך דעם איז אַרויסגעקומען כוסות אי קעלישקעס, — אָט פון די דאָזיקע אַלע קליינע סיבות זענען ביי אונדז אין אַ סך שטעט אַרויסגעשפּרונגען יענע ווילדע קהלס⸗לייט, יענע משונה⸗באַרימטע פּיינען בריות...

מעגלעך איז, אין בנימינען איז געלעגן אַ ניצוץ פון אַ נוסע, נאָר דער ניצוץ וואָלט פאַרלאָשן געוואָרן, ווען די שיחות און די מעשיות פון יענער צייט וואָלטן אים נישט אויפגעבלאָזן. און ווען אַפילו דער ניצוץ וואָלט נישט פאַרלאָשן געוואָרן אינגאַנצן, וואָלט ער, ווען נישט די דאָזיקע סיבות אין יענער צייט, געהאַט אַזאַ קליינעם כוח, אַז פון בנימינען וואָלט מיט דער צייט אויסגעוואַקסן אַ וואַסערפירער, אָדער ווען פיל — אַ בעל⸗עגלה.

איך האָב אין מיין לעבן באַגעגנט זייער פיל בעל⸗עגלות און שמייסערס, וואָס זיי זענען מסוגל געווען צו זיין אַזעלכע נוסעים גלייך כ׳לעבן ווי יענע, וואָס וואַנדרעווען היינט אַרום צווישן יידן... נישט דאָס אָבער בין איך אויסן.

פון יענער צייט אָן פלעגט בנימין מיט גרויס חשק זיך פאַרטיפן אין רבה בר בר חנהס נסיעות אויפן ים און אין דער מדבר. ער האָט אויך דערטאַפּט שפּעטער דעם ספר „אלדד הדני”, דעם ספר „מסעות בנימין”, וואָס ער האָט מיט אַ זיבן הונדערט יאָר צוריק גערייזט ביז עק וועלט, דעם ספר „שבחי ירושלים”, מיט הוספות, און דעם ספר „צל עולם”, וואָס אין זיבן קליינע בלעטלעך איז ער כולל אַלע שבע חכמות און דערציילט חידושים ונפלאות פון דער גאַנצער וועלט און פון אירע משונה⸗ווילדע באַשעפעניש. די דאָזיקע ספרים האָבן אים געעפנט די אויגן און אים איבערגעקערט פּשוט גאָר פאַר אַן אַנדער מענטשן.

„פון די וואונדער⸗שיינע מעשיות דאָרט, — דריקט זיך אַזוי בנימין אויס אין זיין ספר, — פלעג איך שטאַרק נתפּעל ווערן. אַי, אַי! פלעג איך נישט איין מאָל פאַר גרויס התפּעלות אַ געשריי טאָן, ווי העלפט מיר גאָט כאָטש אַ הונדערטל דערפון צו זען מיט מיינע אויגן! דער קאָפּ מיינער האָט געטראָגן ווייט⸗ווייט”...

פון דענסטמאָל אָן איז אים טונעיאַדעווקע שוין טאַקע געוואָרן צו ענג, ער האָט ביי זיך גומר געווען אַרויסצוכאַפּן זיך פון דאָרט מיט אַלע כוחות, גלייך ווי אַ הינדעלע, וואָס הייבט זיך אָן אויסצופּיקן און אַרויסקריכן פונעם איי אויף דער ליכטיקער וועלט.